מײַן פֿרילינג
פֿון מרדכי געבירטיג
כ'האָב געהאָפט אַלץ, ווען דער פֿרילינג
וועט נאָר קומען
ווען די ערד וועט ווידער צירן זיך
מיט בלומען,
ווען די זון די קאַלטע ביימלעך וועט
דערוואַרעמען
און מיט הייסע שטראַלן-ליבע זיי אומאָרעמען:
ווען דעם סלאָוויקס זיסן טרילער
כ'וועל דערהערן,
וועל איך אפשר פֿריער, ייִנגער דאַן
אויך ווערן.
און דער אומעט, וואָס אין האַרצן
ליגט פֿאַרבאָרגן,
וועט פֿאַרשווינדן, און מיט אים
אויך אַלע זאָרגן.
כ'האָב געהאָפט אַלץ, און דער פֿרילינג
איז געקומען,
אויסגעפּוצט האָט זיך די קאַלטע ערד
מיט בלומען,
אויסגעסטראַיעט שטייען ביימלעך צו
עמפֿאַנגען
פֿרילינגס געסט, וואָס קומען צוריק
שוין – מיט געזאַנגען.
און דער סלאָוויק קנאַקט און פֿײַפֿט
זיך זײַנע שטיקלעך...
בלימלעך טאַנצן, אַלץ איז פֿריילעך,
איבערגליקלעך,
איך נאָר שטיי באַטריבט, פֿאַרביטערט
און פֿאַרלאָזן,
צווישן יונגע, פֿרישע פֿלאַנצן,
צווישן גראָזן.
אָרעם, שפֿל צווישן ביימער, צווישן
נעלקען,
אַלץ בליט זיך, איך נאָר איינער האַלט
אין וועלקען.
אָפּגעקירצט מיט נאָך איין פֿרילינג
איז מײַן לעבן,
איך זע שוין דעם קאַלטן ווינטער פֿאַר
מיר שוועבן...